דרשות וועגן אפהיטן קינדער פון חזירים -  Rabbi Nuchem Rosenberg's Hotline

אל תגעו במשיחי Dedicated to fighting pedophilia in Jewish communities worldwide

ברוכים הבאים Beruchim Haboim -

נייער האטליין נומער - New Hotline Number

איך האב בעזרת השם א נייעם נומער פאר די האַטליין ‑ With G-d's help I have a new Hotline number

262-3714 (951)

מען ברויך מער נישט צו רופען נאכאמאל ווען מען וויל הערן אן אנדערען שיעור
עס וועט זיין א menu אויסצוקלויבען וועלכען שיעור מען וויל הערען.
צוריק צו גיין צו דער הויפט מעניו דריקט 0 אדער #
צו גיין פאראויס א האלבע מינוט דריקט 3 - צו גיין צוריק א האלבע מינוט דריקט 2 - צו ווארטען (pause) דריקט 8
It will not anymore be necessary to call again when you want to listen to another shiur
There will be a menu to select the shiur you want to hear

# To return to the MAIN MENU press 0 or
To move 30 seconds forward, press
3 - To move 30 seconds backwards press 2 - To pause press 8

איר קענט אויך לאזען א מעסעדזש אין באקס 101 You can also leave a message in Box 101 -

מספר חדש – נייער נומער – בארץ ישראל

מען דארף שוין נישט רופן קיין חו"ל צו הערן דעם האטליין

לא צריכים כבר לחייג לחו"ל להאזין ל"הוטליין"

חייג - רופט: 079-934-1421

________________________________________

OLD Hot-line at 712 432-8788
For Yiddish key in 11211# then 0# - For English key in 11206# then 0# - For Hebrew key in 10952 then 0#
To Pause click 1 - To jump forward click 6 - To move backwards click 4
___________________________________________

באזוכערס זייט ה' פ' שלח, כ"א סיון, תש"ע - Visitors since June 3, 2010

Hit Counter

Hit Counter

באזוכערס זייט מוצש"ק פ' ראה, כ"ז אב, תשע"ז — Visitors since August 19, 2017

page visitor counter
who is online counter blog counter
r

To receive a TEXT MESSAGE when there is a NEW SHIUR, text: follow NRHotline, to 40404

Warning! My Twitter account is @NRHotline, all others are fake

__________________________


Rabbi Nuchem Rosenberg - הרב ר' נחום ראזענבערג שליט"א

____________________________________________________________________________

?Do you know where your children are

אויב איינער מאלעסטעד דיך אדער דיין קינד, רוף דעם נומער: 718-330-5600 NYPD Sex Crimes Unit,

If someone molests you or your child Call : NYPD Sex Crimes Unit, 718-330-5600

In other areas, call the appropriate Law Enforcement Authorities

__________________________________________

תקנות פון בלאג: יעדער קען שרייבען תגובות, אבער נישט קיין ניבול פה, באליידיגען אדער סטראשענען, ווער עס וועט נישט איינהאלטען די תקנות וועט מען חוסם זיין.
.Rules of the Blog: Everybody is welcome to write comments, however no vulgar language, insults or threats will be tolerated, you will be banned immediately
Do NOT keep changing your Nick when writing comments, I can recognize you and will ban you
If you are aware of any molestation in the Jewish community, please report it to the proper authorities, and then please send us an emil with as many details as possible, so we can follow up and warn the Tzibur
This Blog is here for a purpose - to fight pedophilia and znus, not for snide remarks, filthy comments or threats

וועם עס געפעלט נישט וואס איך שרייב אדער זאג אויף דע האטליין האט א ברירה זיך זעצן לערנען

איך וויל קיינעם נישט מכשיל זיין מיט ביטול תורה – איך בין נאר דא צו ברענגען א תועלת פאר אידישקייט

________________________________________________________________________________________________________________________


_______________________________________________________________________________________________________________________
קליקט דא צו הערען די שיעורים

Click Here to Listen to The Lectures

________________________________________________________________________________________________________________________

5/09/2012

יעדער מאכט אש און פּארעך פון דער אינטערנעט אסיפה


 

איין ציל פֿון דער קאָנטער־דעמאָנסטראַציע איז צו לאָזן דער חסידישער וועלט וויסן, אַז זייערע רבנים, בשותּפֿות מיטן ברוקלינער הויפּט־פּראָקוראָר, טשאַרלס הײַנס, באַשיצן די פֿרומע ייִדן, וואָס באַלעסטיקן קינדער, הגם הײַנס באַצייכנט זיך ווי אַ געטרײַער קעמפֿער לטובֿת די געליטענע קינדער. אויפֿן בילד: הײַנס (לינקס) און דער הויפּט־פּראָקוראָר פֿון סטאַטען־אײַלענד, דאַניעל דאָנאָוואַן, מעלדן וועגן אַ נײַעם באַריכט, וואָס ווײַזט ווי פֿאַרשפּרייט עס איז די פּראָבלעם פֿון באַלעסטיקן און פֿאַרנאַכלעסיקן קינדער אינעם שטאַט ניו־יאָרק.
Courtesy KCDA Homepage
רעאַגירנדיק אויף דער מעלדונג פֿון אַ גרופּע ניו־יאָרקער חסידישע פֿירער, אַז מע פּלאַנירט אַ מאַסן־דעמאָנסטראַציע קעגן די סכּנות פֿון דער אינטערנעץ אין דרײַ וואָכן אַרום, האָט אַ גרופּע ייִדישע אַקטיוויסטן דערצויגן אין דער חסידישער וועלט באַשלאָסן גלײַכצײַטיק דורכצופֿירן אַ קאָנטער־פּראָטעסט מיטן נאָמען The Internet is NOT the Problem, וועגן "די אמתע סכּנות וואָס באַדראָען די חסידישע באַפֿעלקערונג"; בפֿרט, דאָס באַשיצן די פֿרומע ייִדן, וואָס באַלעסטיקן קינדער.
לויט אַן אַרטיקל אין דער חסידישער צײַטונג, "אידישע טעגליכע נײַעס", וועלן צענדליקער טויזנטער מענטשן זיך באַטייליקן אין דער אַנטי־אינטערנעץ־מאַניפֿעסטאַציע, דעם 20סטן מײַ, אין "סיטיפֿילד", דער בייסבאָל־סטאַדיאָן פֿון דער ניו־יאָרקער בייסבאָל־מאַנשאַפֿט, די "מעטס", אין קווינז. די צײַטונג גיט צו, אַז די אָרגאַניזירער האָבן שוין געזאַמלט 1.5 מיליאָן דאָלאַר דערפֿאַר.
"דאָס וועט זײַן אַ מאַניפֿעסטאַציע, וואָס מע האָט נאָך קיין מאָל נישט געזען אין דער געשיכטע פֿון די פֿרומע ייִדן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן," איז געשטאַנען אין דער צײַטונג. "בעת דער פֿאַרזאַמלונג, וועט מען איבערגעבן אינפֿאָרמאַציע וועגן דער מלחמה פֿון כּלל־ישׂראל קעגן דער טעכנאָלאָגיע, וואָס באַדראָט די קדושה פֿון די ייִדישע היימען."
הגם אַ וואַקסנדיקע צאָל חסידים ניצן הײַנט די אינטערנעץ, זענען געוויסע פֿון זיי מסכּים מיט די רבנים, אַז די אינטערנעץ שאַפֿט אַ סכּנה פֿאַר דער קהילה. איינער, אַ סאַטמערער מיט פֿיר קינדער, האָט געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס", אַז די געגנטן וווּ די חרדישע ייִדן האָבן זיך באַזעצט, האָבן תּמיד געהאַט ווירטואַלע ווענט אַרום זיי, וואָס האָבן זיי באַשיצט פֿון די דרויסנדיקע השפּעות. "די דאָזיקע ווענט זענען גוט געווען ביז דער אינטערנעץ. יעצט קען יעדער לייענען וואָס מען וויל, שמועסן מיט וועמען מען וויל, איבער וועלכע טעמעס מען וויל — און נישט מורא האָבן פֿאַר קיינעם."
"איך זאָג נישט, אַז עס זענען נישטאָ קיין פּראָבלעמען מיט דער אינטערנעץ," האָט אַרי מאַנדעל (באַקאַנט אויף "פֿייסבוק" ווי "רחמנא־לצלן"), דער אָרגאַניזירער פֿון דער קאָנטער־דעמאָנטסראַציע, געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס". "אָבער ווי אַזוי קענען זיי אויסגעבן מיליאָנען דאָלאַר פֿאַר אַזאַ אַסיפֿה, ווען די אַלע יאָרן האָט מען נישט געהאַט קיין איין אַסיפֿה וועגן דער באַלעסטיקונג פֿון קינדער? די רבנים פֿאַרדאַמען ליפּע שמעלצער [אַ פּאָפּולערער חסידישער זינגער] ווײַל זײַנע לידער זענען צו מאָדערן, אָבער ביז איצט האָט מען נאָך נישט געלייגט אין חרם קיין איין באַלעסטיקער.
"יאָרן לאַנג האָבן די געליטענע פֿון סעקסועלער און פֿיזישער באַלעסטיקונג געפּרוּווט פּועלן בײַ דער פֿירערשאַפֿט מיט גוטן," האָט מאַנדעל באַמערקט. "זיי האָבן זיך געטראָפֿן מיט די רבנים אויף פֿאַרשידענע זיצונגען אויף דער טעמע. אָבער די רבנים האָבן גאָר נישט געטאָן וועגן דעם. זיי עצהן די געליטענע ווײַטער בלויז צו רעדן מיט אַ רבֿ, אַנשטאָט צו גיין צו דער פּאָליציי. דערפֿאַר מאַכן מיר אונדזער אייגענע מאַניפֿעסטאַציע. ס׳וועט שוין מער נישט זײַן מעגלעך פֿאַר זיי אַוועקצומאַכן דעם ענין."
מאַנדעל האָט צוגעגעבן, אַז די קאָנטער־דעמאָנסטראַציע איז סײַ פֿאַר די פֿרומע, און סײַ פֿאַר די פֿרײַע. "עס האָט נישט [צו טאָן] מיט רעליגיע אָדער גאָט; נאָר מיט אַ קאָרופּטירטער סיסטעם," האָט ער דערקלערט.
דער קאַמף קעגן סעקסועלער באַלעסטיקונג אין דער פֿרומער וועלט איז נאָך מער צעהיצט געוואָרן מיט צוויי וואָכן צוריק, ווען דער ביוראָ פֿונעם ברוקלינער הויפּט־פּראָקוראָר ("די־איי"), טשאַרלס הײַנס, האָט געמאָלדן, אַז מע מעג באַשיצן די אידענטיטעט פֿון די פֿרומע ייִדן, וועלכע זענען באַשולדיקט, אַרעסטירט אָדער פֿאַרמישפּט געוואָרן פֿאַר האָבן סעקסועל באַלעסטיקט קינדער, ווײַל אין אַזאַ ענגער סבֿיבֿה ווי די חסידישע, וואָלט דאָס אַנטפּלעקן די נעמען פֿון די באַלעסטיקער געקאָנט גורם זײַן דאָס אַנטפּלעקן די נעמען פֿון די געליטענע. (אין פֿאַלן, וווּ דער פֿאַרדעכטיקטער איז נישט קיין פֿרומער ייִד, וואָלט דער פּראָקוראָר יאָ אָנגערופֿן זײַן נאָמען.)
דער הויפּט־פּראָקוראָר האָט אַרויסגעלאָזט די דערקלערונג נאָך דעם ווי דער Forward און אַנדערע צײַטונגען האָבן געהאַט געבעטן אָנצורופֿן די נעמען פֿון די 85 פֿרומע ייִדן, וועלכע זענען במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע דרײַ יאָר אַרעסטירט געוואָרן צוליב סעקסועלער באַלעסטיקונג. דער פּראָקוראָר האָט אָנגעקליבן די נעמען דורך "קול צדק" — אַ בשותּפֿותדיקער פּראָיעקט פֿון זײַן ביוראָ און אַ צאָל פֿרומע אָרגאַניזאַציעס, וואָס זייער ציל איז צו מוטיקן די געליטענע פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג צו פֿאַרבינדן זיך טעלעפֿאָניש מיט אַ געוואַלד־ליניע ("האַט־לײַן") אָדער זיך ווענדן צו סאָציאַלע אַרבעטער וועגן דעם.
דער Forward האָט געבעטן די אינפֿאָרמאַציע בײַם פּראָקוראָר אויפֿן סמך פֿונעם ניו־יאָרקער Freedom of Information Act — דאָס געזעץ וואָס דערלויבט צו אַנטפּלעקן די נישט־פּובליקירטע אינפֿאָרמאַציע, וואָס ווערט קאָנטראָלירט דורך דער אַמעריקאַנער רעגירונג.
הגם "קול צדק" מוטיקט די געליטענע איבערצוגעבן די נעמען פֿון די אַטאַקירער, קוקן געוויסע קריטיקער קרום אויף דער פּראָגראַם, ווײַל זיי האַלטן, אַז ס׳איז בלויז אַ מיטל צו באַרויִקן די געליטענע און זייערע משפּחות, כּדי זיי זאָלן נישט גיין צו דער פּאָליציי.
יענקל יאַקאָב פֿון וויליאַמסבורג, אַ טאַטע פֿון זיבן קינדער, זאָגט, אַז די סיבה פֿאַר וואָס דער פּראָקוראָר דערלויבט די באַשיצונג פֿון די פֿרומע באַלעסטיקער איז, פּראָסט און פּשוט, ווײַל ווי אַ דערוויילטער, וויל ער פֿאַרזיכערן די שטימען פֿון דער חסידישער באַפֿעלקערונג. "די ברוקלין־חרדים האָבן צוועלף קינדער אין יעדער פֿאַמיליע און יעדער פּאָליטיקער, וואָס האָט דעם קאָפּ אויפֿן פּלאַץ, ווייסט זיך צושטעלן צו זייערע קאַפּריזן. די לעצטע פּאָר יאָר טוט זיך אַן אויפֿוואַכונג פֿון אַרעסטירן פֿעטערס און מלמדים און סתּם מנובֿלים, וואָס באַלעסטיקן קינדער. פּונקט ווי עס גוייִשט זיך, אַזוי ייִדישט זיך. די קירכע האָט שוין אָנגעהויבן אויסרייניקן זייערע גלחים וואָס לאָקערן אויף קינדער, זיי סעקסועל צו באַלעסטיקן. איז דאָך שוין די צײַט פֿאַר די הייליקע ייִדן אויכעט אַרויפֿציִען די הויזן, זיך צומאַכן די זיפּערס און אַרעסטירן די אַלע קרימינאַלן, זיי זאָלן אָפּגעבן דין וחשבון."
"דער ׳די־איי׳ זאָגט, אַז ער טוט עס צו באַשיצן די געליטענע אין דער פֿרומער קהילה, אָבער דאָס איז לעכערלעך," האָט געזאָגט יואל ענגלמאַן, אַ יונגערמאַן וואָס טענהט שוין יאָרן לאַנג, אַז קינדווײַז זענען ער און אַנדערע תּלמידים סעקסועל באַלעסטיקט געוואָרן פֿונעם מנהל פֿון דער גרויסער סאַטמערער ישיבֿה אין וויליאַמסבורג, "ישיבֿה תּורה ויראה", הרבֿ אַבֿרהם רײַכמאַן, אָבער ביז אַהער האָבן די רבנים פֿאַרשוויגן דעם ענין. "די געליטענע האָבן נישט געבעטן דעם ׳די־איי׳ דאָס צו טאָן. פֿאַרקערט, מיר ווילן, אַז מע זאָל די באַלעסטיקער באַשטראָפֿן. די חסידים מיט וועמען איך האָב גערעדט זענען זייער אַנטוישט אינעם ׳די־איי׳."
יאַקאָב האַלט, אַז טשאַרלס הײַנס שטייט דווקא אין וועג פֿון רעפֿאָרם. "אָפֿיציעל זאָגט ער, אַז ער מיינט די טובֿה פֿון די אָנקלאָגער, אָבער דער עולם קויפֿט דאָס נישט."