דרשות וועגן אפהיטן קינדער פון חזירים -  Rabbi Nuchem Rosenberg's Hotline

אל תגעו במשיחי Dedicated to fighting pedophilia in Jewish communities worldwide

ברוכים הבאים Beruchim Haboim -

נייער האטליין נומער - New Hotline Number

איך האב בעזרת השם א נייעם נומער פאר די האַטליין ‑ With G-d's help I have a new Hotline number

262-3714 (951)

מען ברויך מער נישט צו רופען נאכאמאל ווען מען וויל הערן אן אנדערען שיעור
עס וועט זיין א menu אויסצוקלויבען וועלכען שיעור מען וויל הערען.
צוריק צו גיין צו דער הויפט מעניו דריקט 0 אדער #
צו גיין פאראויס א האלבע מינוט דריקט 3 - צו גיין צוריק א האלבע מינוט דריקט 2 - צו ווארטען (pause) דריקט 8
It will not anymore be necessary to call again when you want to listen to another shiur
There will be a menu to select the shiur you want to hear

# To return to the MAIN MENU press 0 or
To move 30 seconds forward, press
3 - To move 30 seconds backwards press 2 - To pause press 8

איר קענט אויך לאזען א מעסעדזש אין באקס 101 You can also leave a message in Box 101 -

מספר חדש – נייער נומער – בארץ ישראל

מען דארף שוין נישט רופן קיין חו"ל צו הערן דעם האטליין

לא צריכים כבר לחייג לחו"ל להאזין ל"הוטליין"

חייג - רופט: 079-934-1421

________________________________________

OLD Hot-line at 712 432-8788
For Yiddish key in 11211# then 0# - For English key in 11206# then 0# - For Hebrew key in 10952 then 0#
To Pause click 1 - To jump forward click 6 - To move backwards click 4
___________________________________________

באזוכערס זייט ה' פ' שלח, כ"א סיון, תש"ע - Visitors since June 3, 2010

Hit Counter

Hit Counter

באזוכערס זייט מוצש"ק פ' תולדות, ד' כסלו, תשע"ז — Visitors since Dec. 3, 2016

page visitor counter

who is online counter blog counter

To receive a TEXT MESSAGE when there is a NEW SHIUR, text: follow NRHotline, to 40404

Warning! My Twitter account is @NRHotline, all others are fake

__________________________


Rabbi Nuchem Rosenberg - הרב ר' נחום ראזענבערג שליט"א

____________________________________________________________________________

?Do you know where your children are

אויב איינער מאלעסטעד דיך אדער דיין קינד, רוף דעם נומער: 718-330-5600 NYPD Sex Crimes Unit,

If someone molests you or your child Call : NYPD Sex Crimes Unit, 718-330-5600

In other areas, call the appropriate Law Enforcement Authorities

__________________________________________

תקנות פון בלאג: יעדער קען שרייבען תגובות, אבער נישט קיין ניבול פה, באליידיגען אדער סטראשענען, ווער עס וועט נישט איינהאלטען די תקנות וועט מען חוסם זיין.
.Rules of the Blog: Everybody is welcome to write comments, however no vulgar language, insults or threats will be tolerated, you will be banned immediately
Do NOT keep changing your Nick when writing comments, I can recognize you and will ban you
If you are aware of any molestation in the Jewish community, please report it to the proper authorities, and then please send us an emil with as many details as possible, so we can follow up and warn the Tzibur
This Blog is here for a purpose - to fight pedophilia and znus, not for snide remarks, filthy comments or threats

וועם עס געפעלט נישט וואס איך שרייב אדער זאג אויף דע האטליין האט א ברירה זיך זעצן לערנען

איך וויל קיינעם נישט מכשיל זיין מיט ביטול תורה – איך בין נאר דא צו ברענגען א תועלת פאר אידישקייט

________________________________________________________________________________________________________________________


_______________________________________________________________________________________________________________________
קליקט דא צו הערען די שיעורים

Click Here to Listen to The Lectures

________________________________________________________________________________________________________________________

8/23/2012

כ'האב עס באקימען אין אימייל - I Got It By Email


א גוטען ר' נחום
כ'שיק דיר דא א ארטיקעל פין די באהאלטענע פורום אין קאווע שטובעל "מאחורי הפרגוד"  כ'האב עס יעצט אנגעהויבען ליינען אין כ'האב  געטראכט , יא יא אבער ס'געשעט נישט.... ר"ל ס'געפערליך וואס ס'גייט פאר אין די עצה איז עדיוקעישען קינדער דארפען קלאר וויסען  פין וואס זיי דארפען זיך אכטונג געבען נישט קיין רמזים  נאר ברחל בתך הקטנה, עניוועי כ'לייג דא דעם ארטיקעל מיין היסטאריע מיט נאכלויפערס
ֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹ
אומגעלייענטע הודעה דורך (בעילום שם) » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 3:12 pm
נישט גרינג איז מיר אנגעקומען דעס צו שרייבן, אבער ווי אזוי קען איך ליינען אן ענטפערן?
דער אמת איז אז ליינענדיג אנדערע אשכולות האב איך טאקע שוין געזעהן ווי אונזערע חברים רעדן זיך שוין אויס מיט זייערע פינסטערע היסטאריע איבער דעם ענין. ידען און אנדערע באריכטן דא.
כ'האב נאר געקלערט צו עפענען א אשכול וואו מ'זאל זיך קענען אויסגעבן דעס וואס באדערט שוין געווענליך פאר יארן! עס מוז נישט דוקא זיין אז איינער איז ברוטאליש מאלעסטעדט געווארן. ס'קען אפילו זיין סתם ווי אזוי איינער איז נעבעך אדורך געפאלן שלא ברצון וכו'.
איך וועל אראפלייגן אביסעלע פאקטן, ואת חטאי אני מזכיר אינדערזייט, וה' הטוב יכפר.
מיין מעשה איז אזוי. איך בין אלט געווען בערך 8 יאר ווען א שכן, געווען א גוטע 7-6 יאר עלטער ווי מיר, האט מיך אריבערגערופן צו זיין סוכה שעד אים עפעס העלפן. אנקומענדיג דארט האט ער תיכף אנגעהויבן מיט זיינע שמוציגע אקטן, ארויסגענומען זיין אבר און געכאפט מיינע הענט אז איך זאל עס אנכאפן. ער האט זיך אביסל געשפילט מיט זיינס. אזוי ווי ער האט געענדיגט, האט ער מיר צורוה געלאזט ווארענענדיג מיטן לעבן נישט צו זאגן פאר קיינעם. איך בין געווען צומישט, פארדרייט און צו'חוש'ט פאר א וויילע.
זינט דאן האט ער שוין כמה פעמים מיך פרובירט צו שלעפן, יעדעס מאל מיט בעסערע נאש און שפילצייג, אבער איך בין אוועקגעלאפן.
אזוי איז אדורך בערך 4 יאר און כ'בין געווען א וואוילע נשמה. ביי די צוועלף (כיתה ח') האט א חבר מיינער (מיין יארגאנג) וואס איז איבערגעשלאפן ביי מיר אינדערהיים פאר צוויי נעכט ווייטער פרובירט זיך ארומצושפילן, כ'האב מיך געלאזט. צוויי וואכן שפעטער האט מען אים געכאפט מיט א צווייטן און ער האט געזינגען, איבערגעבענדיג מיין נאמען פאר די מנהל. מ'האט מיך אויסגעפארשט און געווארענט מיטן ארגסטן אז מ'הערט נאכאמאל מיין נאמען.
צוריק וואוילע צייטן פאר ווייניגער ווי א יאר.
צוויי חדשים נאך מיין בר מצוה איז א קאזין מיינער געווען דא פון אויסלאנד, געשלאפן ביי מיין טאטע אינדערהיים. אלס די איינציגסטע יונגל דעמאלטס אינדערהיים און די איבריגע שטובער זענען געווען פאר מיינע שוועסטערס, איז ער געשלאפן אין מיין בעדרום. איין נאכט וועק איך מיך אויף פילענדיג אז איינער באדערט. פארלוירענערהייט, נישט וויסענדיג וואס צו טוהן, האב איך מיך געמאכט ווי איך שלאף, און ער האט געארבייט אויף מיר. און ס'ערשטע מאל וואס איך האב מז"ל געווען. די נעקסטע נאכט אודך. דער האט אריינגעארבייט און איך האב אים איגנארירט.
דער אמת איז, איך בין אביסל געקומען צום טעם. אבער די גילטי קאונטשעס איז אומבאשרייב-באר. צו מיין גוטע מזל האב איך דעמאלטס אנגעהויבן צו לערנען פריוואט מיט א יונגערמאן, גאר א חשוב'ער (כ'האב נאך "אלץ" שייכות מיט אים!) און זייער א קלוגער. ער האט געזעהן אז עפעס בין איך צומישט און פארלוירן. ער האט מיך אריינגעפירט אין א שמועס (איך דענק עס נאך ווי היינט) און אזוי אנקומענדיג צו איך גיי יעצט דורך שווערע צייטן מיט מיין באדי טשענדזש. קודם האב איך געטראכט "עקסקיוז מי", שטיי ווייט פון מיינע אינערליכע זאכן, אבער ברוב חכמתו ופיקחותו האט ער ארויסדערווישט פון מיר וואס איך גיי אדורך. יארן שפעטער האט ער מיר דערציילט ווי אזוי ער האט אנגערופן מיין טאטע מסביר זיין שיינערהייט אז דער בחור קען ביי אונז נישט בלייבן. והך קאווע.
למעשה בערך א יאר שפעטער האצעך באמת אנגעהויבן מיינע פראבלעמען. אלץ געדאווענט אין א קלענערע שוהל און גייענדיג דארט אין מקוה האצעך אנגעהויבן א געלאקערינג אויף מיר, כמעט יעדע פאר וואכן א פרישע מחותן געווען ביים טיש, און שטייצעך די זעלבע חברה יעדע וואך, אנגעהויבן ביי די שאוערס געענדיגט אין בור. רוב מאל ב"ה בין איך בייגעקומען די רודפים. און יא! גאר שיינע יודן זענען געווען פון זיי.
טוישענדיג מקוה בעיקר איז נישט געווען די בעסטע אפציע, צוליב וואס אין די נייע איז נישט געווען הונטערשטעליג, און אויך איז עס געווען היפש ווייטער פון מיין הויז. אבער מ'זעמער אדורך געשווימען די נסיונות 'כמעט' אייביג.
די גרעסטע זעץ וואס איך האב געכאפט איז געווען ווען איך בין אלט געווען 15, האב איך געלערנט מיט מיין ערשטע קאזין, א אינגערמאן, ער איז אלט געווען קנאפע צוואנציג, און מ'האמער פלייסיג געלערנט הלכות שבת. מיר פלעגן אייביג לערנען אין א שוהל. איינמאל האט ער מיך געזאגט אז וועגן מארגן זאל איך אים קאלן אינמיטן טאג, אויפן טעלעפאן זאגט ער מיר אז זיין ווייב (געהאט די ערשטע בעבי צוויי חדשים פארדעם) האט געדארפט ערגעץ גיין, און איך זאל קומען צו זיין הויז לערנען. מ'האמער אנגעהויבן לערנען, נאך אפאר מינוט האט ער זיך ארומגעשפילט מיט מיינע הענט איך בין קודם אזוי אויפגעציטערט געווארן, אבער וואס האב איך דען געקענט טוהן? דערנאך האט ער מיט זיינע פיס געהאלטן אין איין אנרירן מיינע פיס. ביז ער איז מיט זיינע פיס אנגעקומען צו מיין פריוואטע ארט. (איך וויל נישט אריינגיין אין גראפיקעל דעטאלן, איך גלייב נישט ס'איז ערלויבט) פון דארט האט ער באקומען עפעס די זיכערקייט אז איך בין מסכים, און האט אזוי ארומשפאצירט אין די דיינונג רום ביז ער האט זיך אנגעליינט אויף מיר און זיך אריינגעדריקט, פון דארטן איז עס געגאנגען ביזן סוף.. וד"ל.
ליידער האט ער מיר ביטער אנגערייצט און איך האב שוין מער-ווייניגער מסכים געווען צו גיין צו זיין הויז, א זאך וואס איז געווארן אפט. אבער פון די אנדערע זייט האט ער מיר געדעמיזשט איין זאך. ס'גאנצע ערנסטקייט האט ער פון מיר אוועקגענומען. ער האט היפש אוועקגעמאכט די גאנצע קדושה ענינים, און איך האב היפש פארלוירן טראסט אין די מחנכים דורך אים, (אויך נאכן הערן אויף א מגיד שיעור וואס האט ארומגעבוטשערט מיט צוויי בחורים, וואס האט פעסגעשטעלט אז די רביים נעמען עדווענטידזש פון אונז.)
מיין גאנצע פלייס אין לערנען (וואס איך האב אייביג געהאט - און נאך היינט אויך היפש) איז זייער אפגעשוואכט געווארן. מיינע מגי"ש האבן פרובירט מיט אלעמען מיך צוריקצוברענגען, אבער אן ערפאלג.
טוישנדיג ישיבה ביי די 17 איז געווען די בעסטע אויסוואל, אבער ס'האצעך נישט צופיל בעסער אויסגעשטעלט! דארט האב איך אויך געהאט היפשע פראבלעמען, די עיקר מיט עלטערע ווי מיר.
(לדעתי העני'ה: דיין עידזש, -חוץ טאמער איז א גבר אלים און ממש צווינגט דיך אדער האסט באמת מורא צו זאגן ניין - הייסט נישט מאלעסטעט! עפ"י רוב איז עס מרצונו הטוב ר"ל.)
כ'קען אבער איין זאך זאגן, וויבאלד איך האב מיך געהאלטן אביסל העכער פון דעם, און אויך געזעהן די צולאזענקייט, וואס א (אויס) מענטש מ'ווערט, די גאנצע סעלף רעספעקט ווערט פארלוירן, האט מיר עס איין זאך שטארק געהאלפן! קיין מאלעסטער האב איך קיינמאל נישט געוואלט זיין! און ב"ה מיט דעם איז מיין רעקארד קלין.
כ'האב נאך אסאך דעטאלן צוצולייגן (איך ווייס נישט צו מ'מעג אפילו) אבער ועוד חזון למועד.
אהההההה! א שטיינדל אראפ פון הארץ!!!
ֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹֹ
א תגובה וואס איינער שרייבט דארט.
דורך (בעילום שם)» דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 12:38 am
ווען איך בין געווען א 15 יעריג בחור האט מיר א אינגערמאן געטאטשט באותו מקום אויף די פארענטשעס ביי א טיש פון ברך משה, וויפיל איך האב מיר אוועקגעריקט פון אים האט ער אייביג צוריק געטראפן מיין הויזן זייער שנעל, איך האב געבעטן מיין שכן - אן איזראעלי מיט א גראבן בייכל - זיך צו טוישן פלאץ מיט מיר, כלומפערשט ווייל איינער פון אונטער מיר איז צו הויעך און ער שטערט מיר, ער האט מסכים געווען, גייט נישט אריבער קיין 5 מינוט והנה דער בחור איז דא, פרעג איך א באקאנטער מיינער פון אן אויבערשטע שורה וויאזוי דער מנובל דא הייסט, ווי נאר דער איזראעלי האט געהערט דעס ווארט מנובל, האט ער אנגעפאנגען שרייען הויעך, ווער איז א מנובל? ווי איז דער מנובל? פ"וו האסטו מיר נישט פריער געזאגט? מער האט נישט אויסגעפעלט די גאנצע פארענטשע האט זיך אויסגעדרייט צו אונז און דער מנובל האט אפגעטראגן מיט חרפות ובושות.
נאך עד היום ווען דער אינגערמאן באגעגנט מיר ווארפט ער מיר אזא נקמה הונגעריגער בליק, הלוואי ער טוט עס מיר היינט נאכאמאל און כוועל מיר קענען געהעריג אפרעכענען מיט אים.
כאב געהאט נאך עטליכע קלענערע אינצידענטן, און וויבאלד איך בין קיין תמים נישט געווען האב איך מיר געקענט אן עצה געבן אז עס זאל נישט ווערן דערפון גרעסערע און שווערערע אינצידענטן, איינמאל אלס אינג בחור'ל שטייענדיג ביי א רבישע חופה האט מיר א עלטערער איד מיט א פיקל און א הדרת פנים געבעטן כזאל אים העלפן שטיין אויף די פיס דורך זיך אנלענען אויף מיין הענט, ביז אפאר מינוט איז זיין הענט געווען אונטער מיין קאוט און גע'עפנט דעם זופער, ער האט היפש ארומגעארבעט דארט, כאב נישט געהאט די גאטס אים אפצולאזן אלס והדרת פני זקן, אביסל דרך ארץ פאר א זקן נואף, נאך די חופה האט ער מיר געבעטן צו באגלייטן צום ביהכ"ס פון ווייבער שול איך האב אים געזאגט אז איך קום שוין און שטייצעך ער ווארט נאך עד היום אויב ער האט נאכנישט ג'פגר'ט. (כאב נישט קיין מושג ווער דאס איז געווען)
די מעשה האט מיך היפש צומישט פאר א לענגערע צייט, כאב דעמאלטס געהאט אסאך אסאך קשיות בעניני אמונה ויהדות, אבער ב"ה מ'האט זיך רעקאווערט.
נחום אזוי ווי די זאגסט עדיוקעישען עדיוקעישען עדיוקעישען