דרשות וועגן אפהיטן קינדער פון חזירים -  Rabbi Nuchem Rosenberg's Hotline

אל תגעו במשיחי Dedicated to fighting pedophilia in Jewish communities worldwide

ברוכים הבאים Beruchim Haboim -

נייער האטליין נומער - New Hotline Number

איך האב בעזרת השם א נייעם נומער פאר די האַטליין ‑ With G-d's help I have a new Hotline number

262-3714 (951)

מען ברויך מער נישט צו רופען נאכאמאל ווען מען וויל הערן אן אנדערען שיעור
עס וועט זיין א menu אויסצוקלויבען וועלכען שיעור מען וויל הערען.
צוריק צו גיין צו דער הויפט מעניו דריקט 0 אדער #
צו גיין פאראויס א האלבע מינוט דריקט 3 - צו גיין צוריק א האלבע מינוט דריקט 2 - צו ווארטען (pause) דריקט 8
It will not anymore be necessary to call again when you want to listen to another shiur
There will be a menu to select the shiur you want to hear

# To return to the MAIN MENU press 0 or
To move 30 seconds forward, press
3 - To move 30 seconds backwards press 2 - To pause press 8

איר קענט אויך לאזען א מעסעדזש אין באקס 101 You can also leave a message in Box 101 -

מספר חדש – נייער נומער – בארץ ישראל

מען דארף שוין נישט רופן קיין חו"ל צו הערן דעם האטליין

לא צריכים כבר לחייג לחו"ל להאזין ל"הוטליין"

חייג - רופט: 079-934-1421

________________________________________

OLD Hot-line at 712 432-8788
For Yiddish key in 11211# then 0# - For English key in 11206# then 0# - For Hebrew key in 10952 then 0#
To Pause click 1 - To jump forward click 6 - To move backwards click 4
___________________________________________

באזוכערס זייט ה' פ' שלח, כ"א סיון, תש"ע - Visitors since June 3, 2010

Hit Counter

Hit Counter

באזוכערס זייט מוצש"ק פ' תולדות, ד' כסלו, תשע"ז — Visitors since Dec. 3, 2016

page visitor counter

who is online counter blog counter

To receive a TEXT MESSAGE when there is a NEW SHIUR, text: follow NRHotline, to 40404

Warning! My Twitter account is @NRHotline, all others are fake

__________________________


Rabbi Nuchem Rosenberg - הרב ר' נחום ראזענבערג שליט"א

____________________________________________________________________________

?Do you know where your children are

אויב איינער מאלעסטעד דיך אדער דיין קינד, רוף דעם נומער: 718-330-5600 NYPD Sex Crimes Unit,

If someone molests you or your child Call : NYPD Sex Crimes Unit, 718-330-5600

In other areas, call the appropriate Law Enforcement Authorities

__________________________________________

תקנות פון בלאג: יעדער קען שרייבען תגובות, אבער נישט קיין ניבול פה, באליידיגען אדער סטראשענען, ווער עס וועט נישט איינהאלטען די תקנות וועט מען חוסם זיין.
.Rules of the Blog: Everybody is welcome to write comments, however no vulgar language, insults or threats will be tolerated, you will be banned immediately
Do NOT keep changing your Nick when writing comments, I can recognize you and will ban you
If you are aware of any molestation in the Jewish community, please report it to the proper authorities, and then please send us an emil with as many details as possible, so we can follow up and warn the Tzibur
This Blog is here for a purpose - to fight pedophilia and znus, not for snide remarks, filthy comments or threats

וועם עס געפעלט נישט וואס איך שרייב אדער זאג אויף דע האטליין האט א ברירה זיך זעצן לערנען

איך וויל קיינעם נישט מכשיל זיין מיט ביטול תורה – איך בין נאר דא צו ברענגען א תועלת פאר אידישקייט

________________________________________________________________________________________________________________________


_______________________________________________________________________________________________________________________
קליקט דא צו הערען די שיעורים

Click Here to Listen to The Lectures

________________________________________________________________________________________________________________________

12/16/2012

צוויי בריוועלעך - Two Letters



אן אימעיל פון איינעם וואס שיקט מיר יעדען טאג זידעל בריוו
א בריוו פון כלל ישראל
"ay shreiber" ayshreiber@gmail.com
To: "Nuchem Rosenberg"
מיין הארץ וויינט נאך און בלוטיגט נאך.
היינט ביי חנוכה ליכט צינדן אינדערהיים האב איך זיך צו וויינט, אז איך זיץ דא און איך צינד ליכט, און די הייליגער עסקן ר' נחמי' קען נישט היינט צינדן, זיין ווייב זיצט וואו א לעבעדיגער אלמנה און זיינע זיסע קינדערלעך וואו לעבעדיגע יתומים.
עס איז נישטא קיין ווערטער צו טרייסן, אבער אביסל חיזוק ניין ר' נחמי' האט טאקע נישט היינט געצינדן, אבער די הונדערטער יודישע נשמות וואס די האסט זייערע הערצער אנגעצינדן לאבינו שבשמים, דאס שיינט און לייכט, ר' נחמי' פאר די טראבלד טינס וואס די האסט דיין לעבן פאר זיי זיך אוועקגעגעבן, זיי זענען געווען אויפן וועג פון לייקענען און גאט, די האסט זיי צוריקגעברענגט צו טאטן אויבן אין הימל, זיי שיינען און לייכטן פיל פיל מער וואו אונזערע אלעמענס חנוכה ליכט, און דאס וועט דיר בקרוב צוריק אהיימברענגען.
און צו דיר טאטע אין הימל ניין מיר האבן נישט קיין קושיות, מיר גלייבן ווייטער אין דיר, עס פעלט נישט קיין האר פון אונזער אמונה.
אבער טאטע לאמיר דיר זאגן אונזערע געפילן, עס איז ליידער דא א מלחמה צווישן דיינע ערליכע אידישע קינדער וואס שטרעבן צו זין ערליך, די קינדער וואס ווען עס איז געווען א כינוס אקעגין די אינטער נעט האבן זיי אגעפילט שווערע צענדליגע טויזענטע זיצן, די קינדער וואס ביי זיי איז דא יעדן טאג נייע שיעורים, די יודן וואס יעדן טאג עפענט זיך אויף נייע אראנאזאציעס צו העלפן איינע די אנדערן, און דאס אלעס איז לעשות נחת רוח לאבינו שבשמים, און פון די אנדערע זייט שטייט א קבוצה פון פארדארבענע ליידער יודישע קינדער, וואס אן בושה לייקענען זיי אין דיר, און שעמען זיך נישט צו זאגן אז זיי גלייבן נישט אין דיר (עפ"ל), די 2 זייטן שלאגן זיך איצט.
ר' נחמי' איז געווען פון די פירער'ס פון דיין פאלק וואס האט געראטעוועט אידישע קינדער וואס זענען געווען אויפן וועג פון די 2טע חבורה און זיי צוריקגעברענגט צו די ערשטע חבורה צו גלייבן אין דיר, מיר האבן געהאט אזויפיל האפענונג אז אזא טייערע יוד וועט ארויסקומען ריין און עס וועט נתקדש ווערן דיין הייליגער נאמען, און די וואס לייקענען און דיר וועלן איינעמען א מיאוסע מפלה, מיר האבן אזוי געבעטן פאר דעם מען האט איינגעריסן וועלטן, מיר האבן געבעטן עשה למענך אם לא למענינו, מיר האבן נישט געקענט גלייבן אז עס וועט עפעס אנדערשט ארויסקומען.
אבער ליידער האט עס זיך אנדערשט אויסגעשטעלט, ער איז ארויסגעקומען דורך 12 גוים שולדיג וואס ביי אונז האט דאס נישט קיין שום האפט, אבער די חילול השם איז נורא ואיום, און די שפלים ונבזים, די וואס לייקענען און דיר דרייען זיך מיט א געהויבענער קאפ.
טאטע יעדע איינער וואס האט א ערליכע יודישע נשמה איז געווארן געפרוירן היינט ווען מען האט געהערט די ביטערע נייעס, איך האב געהאלטן אינמיטן דרייווען איך האב מיר גענומען וויינען, סיי אזא זא יוד גייט אריין שמאכטן אין תפיסה, און סיי פאר אונזער עתיד וואס עס וועט זיין, און טאטע בעיקר פאר דיין כבוד וואס איז אזוי פארשווארצט געווארן דורך די וואס לייקענען אין דיר.
טאטע איך ווייס וואס די טוסט איז גוט, מיר פארשטייען נישט אלעס, אבער טאטע די ביסט דאך א כל יכול פארוואס זאלסטו נישט מאכן אזא גוטס וואס דיין ערליכע יודישער פאלק זאל זעהן אז דאס איז גוט,
טאטע איך גיב נישט אויף האפענונג, די ביסט א כל יכול, און איך גלייב באמונה שלימה אז די שטן וועט האבן א ביטערע מפלה, און די כח הקדושה וועט זיגן און ר' נחמי' וועט בקרוב ממש ארויסקומען אויף די פריי, און זיין אומשולד ווער ארוישווימען און דיין נאמען וועט געהייליגט ווערן.
נאך א בריוו וואס  איינער האט ארויפגלייגט אויף google Docs
סאטמאר איז קארפעט באמבד
און די לעצטע פאר װאכן זעמער אונז אלע געװארן אראפגעלײגט אין די מעין סטריעם מידיע װי "אומהײלבארע מטורפים", "ערגער װי די מאפיא", װאס נעמט זיך אן פאר שלעכטע מענטשן און אטאקירן אושולדיגע קרבנות, אונזערע שונאים מבית ומבחוץ האבן זיך געהױבן די קעפ, אונזערע פנימער פלאמען פאר בושה.
רעאקציע
טייל פון הײמישע אקטיװיסטן װאס האבן א גרױסע מאנגע ליסטע פון נאכפאלגערס אױף טװיטער,  אזױװי מײנע גוטע פרײנד יג, שר, יל און נאך, האבן גענומען אױף זיך צו עפענען א קאונטער אפענסיװע אפצושרײען די אטאקעס, רופנדיג די אנטי-דת שרײבערס נאציס, דער ני פאוסט דער שטירמער אא”װ.
מאנכע אנדערע עסקנים אזױװי רא”פ האבן אױסגעקליבן דעם שתיקה יפה, נישט װעלנדיג מאכן דעם אײנדרוק אז אונז גײמער מלחמה מיט די רעגירונג לטובת א אנגעבליכער פארברעכער.
די פסק פון די דזשורי
װי א דונער אינמיטן העלן טאג האט געטראפן דעם הײמישן עולם אין זיפ קאוד 11211 די פסק אז נ”װ איז שולדיג אױפן ערגסטן, דער הײמישער עולם ארױנים און זלױנים צוגלײך זענען צושאסן, סאיז מיר זײער גרינג צו פארשטײן די עגמת נפש, צער און אנגסט פונעם הײמישן עולם, פונקט מיט א װאך צוריק האב איך געהאט די זעלבע רעאקציע, כהאב נישט געקענט עסן, שלאפן, דאװענען, איך בין געװען אומשטאנד ארױסצוגײן און אײנעם צורײסן.
נחמי' װעבערמאן איז א רוצח
סאיז געװען װען סאיז אנגעקומען צו מיר א טעלעפאן רוף פון א היימישער יונגערמאן פון קרית יואל װאס האט צוריסן מײן הארץ און געעפנט מײן גענעראטישע רחמנות, דער יוד האט דערצײלט װיאזױ נחמי' װעבערמאן האט טערטריזירט זײן טאכטער פאר א לאנגע צײט, זײ זענען א גרופע פון זעקס פאר עלטערן, סאיז דא נאך אסאך, װאס שרײען און װײנען צו אונז, נ”װ האט נישט סתם געטאטשט װימע טארניש, ער האט גענומען די מײדלעך און אנגערײצט קעגן זײערע עלטערן.
נאכדעם האט ער גערופן די עלטערן און זײ אנגערעדט אנקעגן די קינדער, קלאסישע טשײלד מאלעסטער טאקטיק, װען דאס יונג מײדל האט געװאוסט אז זי האט נישט װי צו גײן אדער זיך װענדן האט ער זײ אנגעהױבן צו פאניגן, יא ער האט הנאה געהאט װי זײ װײנען פון צער, די קינדער זענען אהײמגעקומען מיט בריען אויף זײער גאנצע קערפער, נאכדעם האט ער געטון די זאכן בחורין ובסדקין (הרחק מן הכיעור), שרעקליכע רשעות, גלײבטס מיר נישט, רופטס אן די עלטערן, א חלק פון ענק װײסן װער זײ זענען.
אבל אשמים אנחנו
און די לעטסטע צײטן האבן זיך די שקצים געהױבן די קאפ, מאנכע פון זײ זענען געװארן אױסגעשפיגן פון אונז פארן טשעפענען אונזערע קינדער, אבער כאן מצא בעל דין לפרוע את חובו.
װען װעלט װאלט געװען װעלט װאלטן די שקצים פראטעסטירט אויף איין זײט צוזאמען מיט נ”װ, און גאנץ כלל ישראל װאלט געשטאנען אױף די אנדערע זײט מיט סײנס מי לד’ אלי.
נבלה נעשתה בישראל
א הײמישער יונגערמאן זאגט מיר אז ער האט געהערט אז סאיז דא מעשות אויף נ”װ, אבער די מעשיות װאס די פרױ דערצײלט קען נישט זײן האט פאסירט. איך האב אים אנגעװיזן אױף א מעדיצינישער װארט סײקאפעט, סײקאפעטס זענען זײער קלוגע מענטשן, זיי קענען מאכן מענטשן פארכישופט פאר זײ, זײ טױגן אויך צו מאניפולירן אנדערע, ספעציעל יונגע קינדער, און די מענטשן האבן ליב סאדיסטישע חזרײ, שלאגן און פײניגן זײערע קרבנות.
לײדער זאגן אונז די עלטערן בדידי הוי עובדא.
בושנו מכל עם
איבער שבת האט סי בי עס געהאט א בײסיגער שטיקל, װאס האט ארױסגענומען דעם עולם פון די כלים, זײ רופן אן סאטמאר מיט נעמען װאס װאלט געװען צו שארף פאר חיזבאלא, זײ ברענגען אראפ א בוך שרײבער װאס אומאײנזײטיגע צײטונגען האבן איר אנגערופן א ליגנער.
דער שטיקל איז געװען דאס ארגסטע, און װעלעכע גױ סהאט עס געזען קוקט אונז אן פאר, יא, אומהײלבארע מטורפים, אבער נישט װעגן עפעס װאס ד”פ האט געזאגט, סאיז װעגן די פוטידזש װאס זײ האבן געװיזן װי דער באשולדיגטער װערט אױפגענומען מיט א שטײעדיגע קלאטשערײ און מיר באװארפן דעם רשע מיט געלט.
הכזונה יעשה את אחותינו
װילאנג נאך װעלן מיר געבן פאר נ”ר שטאף אונז צו פארשעמען. סאיז נישט קײן בושה אז אונז האמיר שקצים און אונזערע ראנגען, די בושה איז אז אונז גײמער ארױס אױפן גאס און אונז מאכן מיצר לישראל פאר א ראש, לאמיר זיך צוזאמען אונטערנעמען צו טון װאס די הלכה איז בײ רודפים און זײ אױסשפײען פון אונזערע ראנגען און איבערגעבן פאר טשארלס הײנס צו קעיר נעמען פון זיי מיט די זעלבע ענערגיע װי אונז האמיר אים געגעבן לוי אראן.
די קלאפטע װיל נאר נקמה
איך פערזענליך האלט אז די פרױ װיל נקמה נעמען און נ"װ, אבער נאך א מזל, קײנער פון די אנדערע באקאנטע און אומבאקאנטע קרבנות װאס האבן גערעדט צום די עי’ס אפיס האבן געװאלט עדות זאגן, זײ װאונטשן נישט קײן אראביש קינד װאס זײ האבן מיטגעמאכט, אבער זײ האפן צו האבן א מוסד פאר זײערע ליבע קינדער, און אנז האמיר זײ געגעבן אנצוהערן אז זײ דארפן זיך שעמען מיט עפעס, נ"װ האט דאס גוט געװאוסט אז ער האט זיך נישט צו זארגן פאר מוראה של מלכות.
טײערע בת ישראל
מײן מעסעדזש צו די זעקס אידישע טעכטער װאס האבן זיך געעפענט דאס הארץ צו טעראפיסטן און צו אײערע געטרײע עלטערן, װיאויך צו די װאס האבן אפגעמאכט מיטצונעמען דו מעשה און קבר.
רוב כלל ישראל איז מיט אײך, די אלע װאס האבן געקלאטשט יענע נאכט אין קאנטינענטאל האבן דאס געטון װעגן אומװיסנשאפט.
איר קענט אױפהערן צו װײנען, דער רשע האט באקומען זײן פארדינטן שטראף, שעמט אײך נישט איר האט גארנישט געטון שלעכט, איר קענט רואיג אנרופן אײערע פרײנדינעס, רעדט אײך אױס. פראזעק און זענעקס װעט איר שוין אײביג נעמען מיט די פרימארגן קאװע און די שרעקעדיגע חלומות װעלן קײנמאל נישט אװעקגײן, אבער סװעט אײך װערן אסאך גרינגער אױפן הארצן, דאגה בלב איש ישיחנה לאחרים.
על נא אחי תרעו
צו מײנע פרײנט אין בײדע סאטמארע קהילות, ביטע נעמטס אײך נישט צו מײנע בײנער, כי אנשים אחים אנחנו, פאנגס אן צו מאכן אפאר פאון קאלס זיך צו איבערצײגן אז איך בין אױפריכטיג, יא די שקצים קענען לײנען יודיש, אבער המה כרעו ונפלו, לאמיר זיך אננעמען פאר די אומשולדיגע קינדער און פארטרײבן די אומגערופענע אפטרופוסן.
לאמיר טון למעשה, אז מיר זאלן קענען זאגן ידנו לא שפכו את הדם הזה, נישט נאר עיננו לא ראו, זאלן די קרבנות נישט טראכטן מדשתקו, שמע מינה דניחא ליה, און אפפארן פון אידישן װעג.